יאָר 2018 האָט זשואַן פֿעראַראָנס אָנגעהױבן אַ דאָקטאָראַט אין איבערזעצונג און אינטערקולטורעלע לימודים אין דער אױטאָנאָמער אוניװערסיטעט פֿון באַרצעלאָנע. דער ענין פֿון זײַן טעזע איז די רעפּרעזענטאַציע פֿון דער אַשכּנזישער קולטור-אידענטיטעט אין דער איבערזעצונג פֿון מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן פֿאָרשונג ברענגט צו אַ מיטלפּונקט די איבערטראָגונג פֿון אײגננעמען, אָרטנעמען אַזױ װי באַגריפֿן פֿון ייִדישער אמונה, און אַנטװיקלט זיך אונטער לײטונג און מיט שטיץ פֿון ד”ר מונצעראַט פֿראַנקעזאַ אי גאָדיִאַ און ד”ר מונצעראַט באַקאַרדי אי טומאַס.