Joan Ferrarons i Llagostera

זשואַן פֿעראַראָנס אי ליִאַגאָסטעראַ איז אַן איבערזעצער ספּעציאַליזירט אין ליטעראַטור און מענטש-װיסנשאַפֿטן װי אױך אַמטלעכע און אַקאַדעמישע דאָקומענטן.

ca de es yi

Joan Ferrarons i Llagostera

ליטעראַרישער איבערזעצער

זשואַן פֿעראַראָנס אי ליִאַגאָסטעראַ איז אַן איבערזעצער ספּעציאַליזירט אין ליטעראַטור און מענטש-װיסנשאַפֿטן װי אױך אַמטלעכע און אַקאַדעמישע דאָקומענטן.

ביאָגראַפֿיע

זשואַן פֿעראַראָנס אי ליִאַגאָסטעראַ האָט אַ באַקאַלאַװראַט אין איבערזעצונג און אינטערפּרעטאַציע פֿון דער אױטאָנאָמער אוניװערסיטעט פֿון באַרצעלאָנע און איז אַ מאַגיסטער אין פֿילאָזאָפֿיע פֿון דער אוניװערסיטעט פֿון באַרצעלאָנע. ער האָט אױך שטודירט אין דער הומבאָלדט-אוניװערסיטעט פֿון בערלין, דער אוניװערסיטעט פֿון לײַפּציג, דער אינטערנאַציאָנאַלער אוניװערסיטעט פֿון װאַלענציע און דער ייִדישער פֿאָלקסהױכשול פֿון בערלין.

ער איז מיטגליד פֿון סעדראָ (Cedro), דעם שפּאַנישן שרײַבערס- און פֿאַרלעגערס-בונד, אַזױ װי פֿון דער גרופּע פֿאַר עטנאָפּאָעטישע פֿאָרשונג פֿון דער קאַטאַלאַנישער שפּראַך- און ליטעראַטור-געזעלשאַפֿט, װאָס געהערט דעם אינסטיטוט פֿאַר קאַטאַלאַנישע לימודים. ער האָט געהאַלטן רעפֿעראַטן און געגעבן סעמינאַרן אין עטלעכע אינסטיטוציעס פֿון פֿאַרשײדענע לענדער. יאָר 2015 איז ער געװאָרן פֿאַרבעט צו באַטײליקן זיך אינעם צװעלפֿטן סעמינאַר פֿונעם אײראָפּעיִשן איבערזעצער-בונד (EÜK).

אַצינד לערנט ער װי אַן אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר אין דער פֿאַקולטעט פֿאַר איבערזעצונג און אינטערפּרעטאַציע פֿון דער אױטאָנאָמער אוניװערסיטעט פֿון באַרצעלאָנע. .

דאָקטאָראַט

יאָר 2018 האָט זשואַן פֿעראַראָנס אָנגעהױבן אַ דאָקטאָראַט אין איבערזעצונג און אינטערקולטורעלע לימודים אין דער אױטאָנאָמער אוניװערסיטעט פֿון באַרצעלאָנע. דער ענין פֿון זײַן טעזע איז די רעפּרעזענטאַציע פֿון דער אַשכּנזישער קולטור-אידענטיטעט אין דער איבערזעצונג פֿון מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן פֿאָרשונג ברענגט צו אַ מיטלפּונקט די איבערטראָגונג פֿון אײגננעמען, אָרטנעמען אַזױ װי באַגריפֿן פֿון ייִדישער אמונה, און אַנטװיקלט זיך אונטער לײטונג און מיט שטיץ פֿון ד”ר מונצעראַט פֿראַנקעזאַ אי גאָדיִאַ און ד”ר מונצעראַט באַקאַרדי אי טומאַס.

געפּרוּװ

זשואַן פֿעראַראָנס אי ליִאַגאָסטעראַ האָט אַ לאַנגיאָריק געפּרוּװ װי אַ שפּראַך-פּראָפֿעסיאָנאַל. אין די לעצטע צען יאָרן האָט ער איבערגעזעצט איבער דרײַסיק ביכער און קאָריגירט אַ טוץ בענד.

אונטער זײַנע איבערזעצונגען הײבן זיך אַרױס ביכער פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ, הערמאַן העסע, בערטאַ פֿאָן זוטנער, פֿרידריך ניצשע, זיגפֿריד לענץ, לוץ זײַלער, פֿרעדעריק גראָ און נאָרמאַן דײװיס.

ער האָט אױך פֿאַרן אײראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט (2013), דעם שטאָטראָט פֿון באַרצעלאָנע (2012), דעם טעאַטער ליסעו אין באַרצעלאָנע און דעם קעניגלעכן טעאַטער אין מאַדריד (2009/10).

אױף אָרקיד געפֿינט איר אַ רשימה פֿון מײַנע פּובליקאַציעס.

קאָנטאַקט

צו שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט מיר, מעגט איר מיר שרײַבן צו מײַן בליצאַדרעס. איך שטײ צו אײַער דיספּאָזיציע!

איבער פֿײסבוק קענט איר באַקומען נײַעס װעגן מיר.